א פרישער באריכט צייגט אז דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער וועלכער פירט די אויספארשונג איבער רוסלאנד'ס ראלע אין די אמעריקאנער וואלן און די מעגליכקייט אז טראמפ קאמפיין באאמטע האבן קאאפערירט מיט רוסלאנד'ס שריט, קאנצענטרירט יעצט זיין אויספארשונג אויף פרעזידענט טראמפ׳ס עלטסטער זוהן, דאנעלד טראמפ דזשוניאר. לויט'ן באריכט ארבעטן מוללער און זיין שטאב פון זעכצן לאיערס און פראקורארן צו דערגיין מער אינפארמאציע איבער דער זיצונג וואס דאנעלד דזשוניאר האט אפגעהאלטן מיט די רוסישע לאיערקע נאטאלי וועסעלניטסקאיע פאראיאר זומער, וועלנדיג וויסן צי ער האט אקצעפטירט די זיצונג טאקע צוליב וואס וועסעלניטסקאיע האט געזאגט אז זי וועט ברענגען אנטי-קלינטאן אינפארמאציע וואס די רוסישע רעגירונג האט געזאמלט. ספעציפיש וויל מוללער וויסן צי דאנעלד דזשוניאר האט למעשה באקומען עפעס הילף פון רוסלאנד אדאנק דער זיצונג – וואס דזשוניאר האט שוין עטליכע מאל געזאגט אז גארנישט איז נישט ארויסגעקומען פון דער זיצונג.

בילד: מוללער קאנצענטרירט אויספארשונג אויף דזשוניאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל