באסטאן – פערציג טויזנט האבן זיך נעכטן פארזאמלט אין באסטאן, מאסעטשוסעטס, צו פארדאמען האס גרופעס און ווייסע נאציאנאליסטן, אין רעאקציע צו די אומרוען אין ווירדזשיניע פאריגע וואך. אפיציעל האבן א גרופע נאציאנאליסטן געסקעדזשועלט א ראלי אין באסטאן אויף שבת, אבער זיי האבן אליינס אפגערופן די ראלי נאכדעם וואס די צענדליגער טויזנטער זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן קעגן זיי. די פאליציי אין באסטאן האבן געזאגט אז 33 ארעסטן זענען דורכגעפירט געווארן אין לויף פון די מאסן ראלי, אבער עס זענען בלויז געווען מינדערוויכטיגע אינצידענטן פון געשלעגן. פרעזידענט טראמפ האט אין א מעסעדזש אויסגעלויבט די פראטעסטירער, און אויך זיך באדאנקט פאר די באסטאנער פאליציי פאר׳ן באהאנדלען גוט די סיטואציע און באזונדער זיך באדאנקט פאר׳ן דעמאקראטישן באסטאן מעיאר מארטי וואלש. אויסער דעם זענען פארגעקומען אין ארעגאן, ארקענסא, ניו יארק און אנדערע שטעט איבער'ן לאנד, ענליכע קלענערע אנטי-האס ראליס.

בילד: מאסיווע אנטי-האס ראליס איבער'ן לאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל