פאסיפיק אקעאן – א גרופע פארשער האבן געטראפן אן אמעריקאנער מיליטערישע שיף וואס דאס יאפאנעזער מיליטער האט געזונקען ביים צווייטן וועלט קריג, אזוי טיף ווי אכצן טויזנט פוס אונטער'ן וואסער. די "יו עס עס אינדיאנאפאליס" שיף איז געזונקען געווארן דורך די יאפאנעזער אין יאר 945'. צוועלף הונדערט אמעריקאנער זעלנער האבן זיך געפונען אויף דער שיף, וועלכע האט געזונקען אין בלויז צוועלעף מינוט, און פון די 1200 זעלנער האבן זיך 800 באוויזן צו ראטעווען, אבער בלויז ארום 300 פון זיי האבן פאקטיש איבערגעלעבט און ארויסגעשלעפט געווארן פונעם וואסער לעבעדיגערהייט – וואס דערמיט איז די שיף'ס זינקונג באטראכט געווארן אלס איינס פון די ערגסטע שיף טראגעדיעס אין היסטאריע. דער מיקראסאפט עקזעקוטיוו פאול אלען, וועלכער פירט שוין א לאנגיעריגע פראיעקט צו טרעפן די געזינקענע שיף באזירט אויף אינפארמאציע וואס עטליכע היסטאריקער האבן אים איבערגעגעבן, האט געמאלדן אז זיינע פארשער האבן עס געטראפן אינעם פאסיפיק אקעאן, נאכ'ן דורכנישטערן א שטח פון 600 סקווער מייל.

בילד: פארשער טרעפן געזינקענעם מיליטערישן שיף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל