וואשינגטאן – א רעגולאציע וועלכע האט ביז יעצט געלויטעט אז מענעדזשמענטס אין נאציאנאלע פארקס מעגן איינשטעלן א פארבאט קעגן פארקויפן פלאסטישע וואסער באטלעך, איז בטל געווארן דורך דער טראמפ אדמיניסטראציע. די רעגולאציע איז באשטעטיגט געווארן אונטער פרעזידענט באראק אבאמא אין יאר 11', וואס די פעדעראלע רעגירונג האט דאן געזאגט אז די רעגולאציע צילט צוויי-פאכיג, סיי צו פארמינערן די הויפענעס מיסט אין די נאציאנאלע פארקס און סיי ווייל אזוי וועלן ווייניגער פלאסטיק ווערן פארנוצט און דאס וועט העלפן פאר די ענווייראמענט. די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אבער אז דאס עלימינירן דעם פארקויף פון פלאסטישע וואסער באטלעך אין די פארקס, האבן אוועקגענומען א קריטישע לעבנס-וויכטיגע זאך פאר פילע שפאצירער אין די פארקס וועלכע טרעפן זיך פלוצלינג אויסגעטרוקנט און דארפן צוקומען צו א טרונק וואסער.

בילד: רעגירונג אנולירט נאציאנאלע פארקס רעגולאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל