ניו יארק סיטי – די "עם-טי-עי" האט געמאלדן אז זיי וועלן איבערמאכן עטליכע שיינע אויסשטעלונגען פון באלאטעס וועלכע באצירן די "טיימס סקווער" סאבוועי סטאנציע, נאכדעם וואס עטליכע האבן זיך באקלאגט אז עס זעט אויס זייער ענליך צו קאנפעדערעיט פענער. אין יאר 15' איז שוין באריכטעט געווארן אין לאקאלע ניו יארקער צייטונגען איבער די ספעציעלע באלאטע אויסשטעלונגען וועלכע זענען שוין טייל פון די סאבוועי סטאנציע פאר מער ווי ניינציג יאר, און עס איז געמאכט געווארן אזוי מיט'ן ציל צו באעהרן דעם געוועזענעם פארשטארבענעם ניו יארק טיימס פירער אדאלף אקס, א דרום-שטאטן געבוירענער וועלכער האט שטארק געגליכן דעם דעזיין פונעם קאנפעדערעיט פאן, טראץ וואס ס'איז פארבינדן מיט ראסיזם און שווארצע קנעכטשאפט. עם-טי-עי ווארטזאגער קעווין ארטיז האט אין א סטעיטמענט פאריגע וואך פרובירט צו לייקענען די היסטאריע פון די באלאטעס און געזאגט אז די סיבה פארוואס עס האט א שיפן קרייץ איז נישט נאכצומאכן דעם קאנפעדערעיט פאן, נאר צו אנצייגן אז "טיימס סקווער" איז דער ארט וואו אלע עקן וועלט קומען זיך צוזאם, וואס טיימס סקווער טראגט דעם צונאמען "קראסראודס אוו די ווארלד" – אבער טראץ דער פארענטפערונג, האט ארטיז געזאגט אז אין ליכט פון די אומרוען אין שארלוטסוויל און די באוועגונג אראפצונעמען צייכענעס פונעם קאנפעדערעיט עפאכע, וועט די עם-טי-עי אראפנעמען די באלאטעס און לייגן אנדערע דעזיינס.

בילד: קאנפעדערעיט באלאטעס אין סאבוועי סטאנציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל