סאן פראנציסקא – א "דידזשיטעל רייטס" גרופע, וועלכע זוכט צו האלטן דעם אינטערנעט וואס מער אפן און אומצענזורירט, איז ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק קעגן די גרויסע אינטערנעט פירמעס וועלכע האבן זיך אפגעזאגט פון לאזן א נעא-נאצישע וועבסייט פונקציאנירן דורך זייערע פלאטפארמעס. דער שטורעם איז אנטשטאנען אין רעאקציע צו די בלוטיגע ראיאטן אין שארלוטסוויל פאריגע וואך שבת, ווען די "גאו דעדי" אינטערנעט פירמע האט געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט צושטעלן סערוויס פאר די אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע "דעילי שטירמער" צייטונג. די פירער פונעם צייטונג האבן זיך דאן געוואנדן צו "גוגעל" און געבעטן אז זיי זאלן זיי לאזן פירן דעם וועבסייט דורך גוגעל'ס פלאטפארמע, אבער אויך גוגעל האט זיך אפגעזאגט דערפון, און עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז די שטירמער פירער האבן זיך געוואנדן צו א רוסישע אינטערנעט פירמע, וועלכע האט זיך אויך אפגעזאגט דערפון, און דערווייל טוט דער שטירמער וועבסייט נישט געהעריג אפערירן. די "עלעקטראניק פראנטעיר פאונדעישאן" זאגט אז זיי פארטיידיגן נישט נעא-נאציס, אבער דאס צענזורירן דעם אינטערנעט, שטעלט אין געפאר "פרייהייט פון אויסדרוק", ווייל עס עפנט דעם טיר צו צענזורירן יעדע זאך וואס א ספעציפישע פירמע וועט באטראכטן אלס אומאויסגעהאלטן, טראץ וואס ס'איז יא אויסגעהאלטן.

בילד: שטורעם איבער נעא-נאצי אינטערנעט צענזור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל