אינדערצייט וואס מיר אלע וועלן זיך געפינען אויף דער ערד צו באטראכטן די זעלטענע ליקוי חמה מארגן מאנטאג נאכמיטאג, וועלן א גרופע סייענטיסטן און פילאטן פון די אמעריקאנער ספעיס אגענטור "נאסא", זיך געפונען פופציג טויזנט פיס אין דער לופטן און האבן א פיל נענטערן בליק דערויף. נאסא גרייט זיך שוין צו א לענגערע צייט פאר די ליקוי חמה, און זיי האבן אויסגעשטאט עטליכע אלטע מיליטערישע באמבארדירונג פליגערס מיט נייע טעכנאלאגיע, אריינגערעכנט גאר פארגעשריטענע קאמערעס אויפן נאז פון יעדן פליגער, צו קענען גענוצט ווערן צו זאמלען בילדער און אינפארמאציע פונעם היסטארישן ליקוי חמה. די פליגערס וועלן ארויספליען פונעם "עלינגטאן פיעלד", א קליינע נאסא לופטפעלד נעבן די דזשאנסאן ספעיס צענטער אין יוסטאן, טעקסאס, און גרופעס פון נאסא פילאטן און סייענטיסטן וועלן פליען העכער מיזורי, אילינאי און קענטאקי מיטצוהאלטן די ליקוי חמה. קערי קלעם איז איינער פון די פילאטן און ער זאגט אז ער וועט זיכער אנטאן די ספעציעלע ברילן, ווייל עס איז פיל וויכטיגער אין די הויכקייטן, וויבאלד עס איז דא ווייניגער לופט צו פילטערן די שעדליכע זון שטראלן.

בילד: גרופע סייענטיסטן און פילאטן וועלן פליען העכער מיזורי, אילינאי און קענטאקי מיטצוהאלטן די ליקוי חמה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל