א מאן וועלכער האט געליטן ערנסטע שאדנס צו זיינע אויגן ביים מיטהאלטן א טיילווייזע ליקוי חמה, האט געגעבן אן אינטערוויו פרייטאג אין וועלכע ער האט געווארנט איבער דער שעדליכקייט פון קוקן דירעקט אויפן ליקוי חמה אנדעם וואס מען טוט אן די ספעציעלע שוץ ברילן. לואי טאמאסאסקי (Lou Tomososki) דערציילט אז אין 962' ווען ער האט אהיימשפאצירט פון סקול אין בענד, ארעגאן מיט עטליכע פון זיינע פריינט, האבן זיי געזען וויאזוי א טיילווייזע ליקוי חמה פאסירט, און זיי האבן ארויפגעקוקט עס מיטצוהאלטן. טאמאסקי האט געקוקט בלויז עטליכע סעקונדעס, אבער פון יענעם טאג האט ער אנגעהויבן ליידן ערנסטע פראבלעמען, זעענדיג נאכאנאנד בליצן אין זיינע אויגן, וואס האט אים געשטערט פון גיין נארמאל אין סקול און פון אנגיין מיט'ן לעבן. ער איז יעצט זיבעציג יאר אלט און טראץ'ן גיין פאר פארשידענע באהאנדלונגען אין לויף פון די יארן, איז זיין זע-קראפט קיינמאל נישט צוריקגעקומען פולקאם, און דעריבער ווארנט ער אז ס'לוינט נישט צו טראכטן אז מען קלוגער און נישט אנטאן די ברילן.

בילד: לואי טאמאסאסקי






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל