אייאווע – די פאוערבאל לאטעריע איז געשטיגן צו 510 מיליאן דאלער, וואס איז איינס פון די גרעסטע לאטעריע דזשעקפאטס אין אמעריקאנער היסטאריע. קיינער האט נישט געוואונען די לאטעריע ווען מען האט עס ארויסגעצויגן מיטוואך נאכט, און דעריבער איז עס געשטיגן צו א געשאצטע 510 מיליאן דאלאר און וועט ארויסגעצויגן ווערן מוצאי שבת. עס וועט זיין די אכט גרעסטע לאטעריע סומע אין היסטאריע, און דער געווינער וועט קענען ארויסנעמען 324 מיליאן דאלאר אויפאמאל, אויב וועלט ער אויס צו נעמען דאס גאנצע געווינס אויפאמאל. די סאמע גרעסטע לאטעריע אין היסטאריע איז געווען ווערד 1.6 ביליאן דאלאר, ארויסגעצויגן אין יאנואר יאר 16' און געווינען דורך דריי מענטשן וועלכע האבן זיך געטיילט מיט'ן ריזיגן געווינס. די יעצטיגע פאוערבאל לאטעריע פון 510 מיליאן דאלאר, האט יעדער מענטש אן איינס פון א 292.2 מיליאנסטל שאנס צו געווינען.

בילד: פרישע אסטראנאמישע פאוערבאל לאטעריע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל