באסטאן – די מיילאן מעדיצין פירמע האט ענדגילטיג דערגרייכט אן אפמאך מיט דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט, צו באצאלן 465 מיליאן דאלאר איבער דעם וואס זי האט געבילט צו הויכע געלטער פון דער פעדעראלער רעגירונג פאר איר לעבנסוויכטיגע "עפיפען" אלערגיע מעדיצין. די מיילאן פירמע איז שוין עטליכע מאנאטן אונטער פייער פון דער פעדעראלער רעגירונג, נאכדעם ווי ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז זי האט דירעקט ארויפגעשרויפט די פרייזן פון די עפיפען מעדיצינען פון 100 דאלאר א פעקל צו 600 דאלאר, און דורך די אויספארשונגען, האט מען אויך אויפגעדעקט אז ביים שיקן בילס צו דער פעדעראלער רעגירונג איבער מעדיקעיד און מעדיקעיר פאציענטן וועלכע האבן גענוצט עפיפען מעדיצינען, האבן זיי געבילט מער ווי וויפיל זיי האבן געמעגט. די פעדעראלע רעגירונג האט געסטראשעט מיט געריכטליכע אנקלאגעס קעגן מיילאן, אבער יעצט האבן זיי דערגרייכט א שליכטונג און די רעגירונג וועט נישט קלאגן.

בילד: מיילאן דערגרייכט עפיפען שליכטונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל