וואשינגטאן – צוויי הויכראנגיקע מיליטערישע אפיצירן און איין הויכראנגיקער נעווי זעלנער, וועלכע זענען געווען אויף דער "יו עס עס פיצדזשעראלד" שיף וועלכע האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א פיליפינער קארגא שיף אין די וואסערן נעבן יאפאן, זענען צווישן מער ווי צען מיטגלידער פון דעם אמעריקאנער מיליטער וועלכע וועלן אויסשטיין שטראפן צוליב'ן צוזאמשטויס. דער אינצידענט האט פאסירט יוני 17, און טראץ וואס די אמעריקאנער מיליטערישע שיף איז אויסגעשטאט מיט די בעסטע און מערסט-פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו פארמיידן צוזאמשטויסן, זענען די נעווי אפיצירן אויף דער שיף געווען פארנאכלעסיגט און צוגעברענגט דער צוזאמשטויס זאל פאסירן, וואס האט באטראפן די לעבנס פון זיבן נעווי זעלנער. פענטאגאן באאמטע האבן געזאגט אז היינט פרייטאג וועלן זיי מעלדן די גענויע שטראפן, און עקספערטן זאגן אז מ'דערווארט אז קאמאנדיר ברייס בענסאן, וועלכער איז געווען דער קאפיטאן פון דער פיצדזשעראלד שיף בשעת'ן אינצידענט, וועט ווארשיינליך פארשיקט ווערן פון מיליטער.
הוסף רשומת תגובה