מיזורי – א דעמאקראטישע פאליטישאן אין מיזורי ווערט שטארק אראפגעריסן נאכ'ן שרייבן א מעסעדזש אז זי האפט אז פרעזידענט טראמפ גייט דערמארדעט ווערן. מיזורי סטעיט סענאטארשע מאריא שאפעל (Maria Chappelle-Nadal) האט געשריבן די קאמענטארן אין רעאקציע צו אן אומבאשטעטיגטן באריכט אז וויצע פרעזידענט מייק פענס פרובירט ארויסצואווארפן טראמפ פון דער פרעזידענטשאפט, אבער נאך אפאר מינוט, האט שאפעל אויסגעמעקט איר ווילדן מעסעדזש. שאפעל איז קריטיקירט געווארן אפילו דורך אירע דעמאקראטישע קאלעגעס, אריינגערעכנט סענאטארשע קלעיר מעקעסקיל, וועלכע האט געזאגט אז שאפעל מוז רעזיגנירן פון אמט. שאפעל האט זיך אבער אנטזאגט פון רעזיגנירן, זאגנדיג אז עס איז איר קאנסטיטוציאנעלע רעכט צו שרייבן און רעדן וואס זי וויל.

די סיקרעט סערוויס וועט אינוועסטיגעטן די קעיס.

בילד: דעמאקראט סטראשעט טראמפ אטענטאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל