וואשינגטאן – אין רעאקציע צו דער טעראר אטאקע אין בארצעלאנא, שפאניע, האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעשיקט א מעסעדזש אויף טוויטער, אז "מען דארף שטודירן וואס גענעראל פערשינג פון אמעריקע האט געטון צו טעראריסטן ווען ער האט זיי געכאפט. עס איז נישט געווען קיין שום ראדיקאלע איסלאמישע טעראר פאר 35 יאר!". טראמפ'ס קאמענטארן האבן זיך באצויגן צו גענעראל דזשאן פערשינג, וועלכער האט קאמאנדירט די אמעריקאנער זעלנער ביים "אמעריקאנער פיליפינען קריג" צווישן יאר 899' און 902', און עס דרייט זיך ארום אן אומבאגרינדעטע געשיכטע, וואס טראמפ האט שוין ביים קאמפיין איינמאל דערציילט, אז גענעראל פערשינג האט געכאפט פופציג מוסולמענער רעבעלן אין די פיליפינען און 49 פון זיי האט ער ברוטאל אויסגעפייניגט און דערמארדעט, און דעם פופציגסטן האט ער אבער געלאזט לעבן און אים געהייסן גיין דערציילן פאר די אנדערע מוסולמענער רעבעלן וואס ער האט צוגעזען. היסטאריקער זאגן אז טראמפ'ס געשיכטע האט נישט דאס מינדעסטע אמת אין זיך, און טראצדעם איז עס שוין דאס צווייטע מאל וואס ער באציט זיך דערצו.

בילד: טראמפ פארשפרייט פאלשע היסטאריע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל