בילד: אנטיסעמיטיזם אין לאנדאנער סאבוועי

ענגלאנד – פאליציי אין לאנדאן האבן געעפנט א האס פארברעכן אויספארשונג, נאכדעם ווי ס'איז באריכטעט געווארן אן אינצידענט וואו א פארשוין האט געסטראשעט אומצוברענגען א אידישן פאסאזשיר אינעם לאנדאנער סאבוועי. דער אידישער פאסאזשיר, וועלכער האט נישט דערווייל זיך געוואלט לאזן אידענטיפיצירן, האט דערציילט פאר די פאליציי אז ער האט ערנסט געציטערט פאר זיין לעבן, ווען א פארשוין איז צוגעקומען צו אים און געשריגן, "איך בין דער קומענדיגער היטלער, איך גיי דיך הרג'נען". דער פארשוין האט דאן געמאכט מיט זיינע הענט צייכענעס, ווי גלייך ער האלט א רעוואלווער, און געשריגן "בענג!", נאכמאכנדיג דעם קלאנג פון א קויל וואס ווערט ארויסגעשאסן. ווי ער דערציילט, זענען די אנדערע פאסאזשירן געבליבן פאר שרעק זיצן ווי פארפרוירן, און ווי נאר יענער פארשוין איז אראפ פונעם באן, האט דער איד זיך אויפגעהויבן פון זיין זיץ און געגאנגען דערציילן פאר'ן קאנדאקטער פונעם באן וואס דא האט פאסירט. ווי געשריבן, פארשן די פאליציי דעם אינצידענט און פארשפרעכן אן ארעסט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל