ליטע – אן אינטערנאציאנאלע גרופע פון ארכעאלאגן און היסטאריקער, פון ליטע, פאראייניגטע שטאטן און מדינת ישראל, האבן געמאלדן אז זיי האבן אנטדעקט צוויי מקוואות וועלכע זענען גענוצט געווארן אין די יארן בעפאר דער צווייטער וועלט קריג אין דער שטאט ווילנא, ליטע. דער גרויסער שוהל אין ווילנא, וועלכע איז געבויעט געווארן נאך אינעם זיבעצנטן יאר-הונדערט, איז געווען א גאר גרויסער קאמפלעקס פון תורה ותפילה, אין הארץ פונעם אידישן קווארטאל אין ווילנא פאר לאנגע יארן, און דער קאמפלעקס האט אויך אנטהאלטן דאס בית המדרש פונעם ווילנער גאון זצ"ל, 12 אנדערע שוהלן, מקוואות, כשר'ע פלייש יאטקעס און נאך. ביי דער צווייטער וועלט קריג, איז די גרויסע שוהל אין ווילנא, דער גאנצער קאמפלעקס, ליידער פארניכטעט געווארן דורך די נאציס ימ"ש, און נאך דער קריג זענען אלע איבערבלייבענישן אוועקגעפירט געווארן און א סקול איז געבויעט געווארן אויפן ארט. די גרופע ארכעאלאגן האבן עטליכע יאר צוריק אנגעהויבן גראבן אין דעם סקול קאמפלעקס, צו טרעפן איבערבלייבענישן פונעם אמאליגן אידישן לעבן, און יעצט האבן זיי געמאלדן די אויפדעקונג פון צוויי מקוה-בורות, וואס איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן באנוצט געווארן דורכ'ן ווילנער גאון זצ"ל.

בילד: היסטארישע מקוואות אויפגעגראבן אין ווילנא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל