מאנטיווידעא – די רעגירונג אין אוראגוויי האט ארויסגעשיקט א ביטע צו פאליטישע און רעליגיעזע פירער אין לאנד, אז זי זוכט עצות וואס צו טאן מיט א ריזיגן אייזערנעם אדלער וועלכע זי האט ארויסגעשלעפט פון אירע וואסערן אין יאר 06'. דער אדלער איז געווען טייל פון דער דייטשער "אדמיראל גראף ספי" קריגס שיף, וועלכע האט געזונקען אין די וואסערן נעבן אוראגוויי ביים אנהייב פון דער צווייטער וועלט קריג. די שיף איז באטראכט געווארן אלס איינע פון די מערסט-סאפיסטיקירטע שיפן אין יענער עפאכע, און עס האט באוויזן צו זינקען עטליכע גרויסע שיפן פון די אליאירטע לענדער, בעפאר מלחמה שיפן פון ענגלאנד און ניו זילאנד האבן געטראפן די שיף און האבן עס באמבארדירט, ביז עס האט געזונקען. דער גרויסער אדלער איז ארויפגעשטעלט געווארן אין יאר 06', און עס וועגט 800 פונט, און די אוראגווייער אויטאריטעטן זענען באזארגט, אז אויב זיי וועלן עס אוועקשטעלן אויף א פראמינענטן פובליק ארט אדער אין א מוזעאום, וועט עס צוציען נעא-נאציס פון איבער דער וועלט און עס וועט פארוואנדלט ווערן אין אן ארט פאר נאצי-עהרע.
הוסף רשומת תגובה