האנג קאנג – א געריכט אין האנג קאנג האט פאראורטיילט דריי אקטיוויסטן צו טורמע אורטיילן, צוליב וואס זיי האבן געשפילט א ראלע אין אראנזשירן מאסיווע פרא-דעמאקראטיע פראטעסטן מיט דריי יאר צוריק. די פראטעסטן אין יאר 14' האט געברענגט א שטארקן פאראויסשטופ פאר דער באוועגונג צו פארלאנגען אז כינע זאל געבן מער זעלבסטשטענדיגקייט פאר האנג קאנג און אינאיינעם דערמיט מער דעמאקראטיע, און עס האט געלאזט אין גאנג די אזוי-גערופענע "שירעם באוועגונג" פראטעסטן וועלכע האבן פארנומען די אינטערנאציאנאלע העדליינס פאר עטליכע טעג. די טורמע אורטיילן אויף די דריי סטודענטן זענען אויפגענומען געווארן מיט זארג דורך אינטערנאציאנאלע מענטשן רעכט גרופעס, וועלכע זאגן אז דאס צייגט ווי די האנג קאנג רעגירונג, אונטער קאנטראל פון פרא-כינע פאליטישאנס, הייבט אן א קאמפיין צו אונטערדרוקן אזעלכע סארט פראטעסטן און סיי וועלכע אויסדרוק פון קעגנערשאפט צו דער רעגירונג און די סטאטוס-קווא.

בילד: האנג קאנג אקטיוויסטן קריגן טורמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל