לבנון – סיריע איז אין טאטאלן כאאס, און דאס איז נישט נאר די רעגירונג און דער זיכערהייט צושטאנד, נאר אויך די פשוט'סטע און וויכטיגסטע אינפראסטרוקטור אין לאנד. שטייענדיג נאך זעקס יאר פון א בלוטיגן בירגער קריג, זענען גאנצע שטעט פארניכטעט, בריקן עקספלאדירט, וואסער סיסטעמען פארנאכלעסיגט, שאסייען און טראטורן איינגעווארפן, און עס וועט נאך דויערן לאנגע יארן צוריקצובויען סיריע ס'זאל קענען אויסזען צוריק ווי אמאל. די "וועלט באנק" שאצט אז עס וועט קאסטן צוויי הונדערט ביליאן דאלאר צוריקצובויען אלע חרוב'ע אינפראסטרוקטור אין סיריע, און די לעבאנעזער רעגירונג שארפט זיך שוין די ציינער איינצוקעשן אויפ'ן חורבן. די לעבאנעזער עקאנאמיע פלאגט זיך פון גאר א פאמעלעכן וואוקס אין די לעצטע צען יאר, און מאסיווע קאנסטרוקציע פראיעקטן אין סיריע וועט געבן דעם נויטיגן פאראויסשטופ פאר פאבריקן אין לבנון און פאר די צענדליגער טויזנטער ארבעטער וועלכע וועלן געליפערט ווערן קיין סיריע צו מאכן די צוריקבוי ארבעט. לבנון טוט דעריבער ארבעטן צו דערמאנען נאכאנאנד דעם סירישן פירער, באשאר אסאד, איבער זייער לאיאליטעט פאר אים.

בילד: לבנון וויל איינקעשן אויף סיריע'ס חורבן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל