שפאניע - א סעריע טעראר אטאקעס און אינצידענטן וואס האבן פאסירט נעכטן, און געברענגט אמווייניגסטנס דרייצן פאטאליטעטן, האט געלאזט שפאניע אין שאק, נאכדעם וואס מען האט שוין לאנגע יארן נישט געהערט פון איסלאמישע טעראר אינצידענטן אין לאנד.

די אטאקעס האבן זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אין די פריע נאכמיטאג שטונדן, ווען א טעראריסט האט זיך גענומען פארן ווילד מיט א גרויסן ווען אויף דער לא ראמבלא גאס, די מערסט-פארנומענע גאס אין בארצעלאנא, און ער האט אראפגעקלאפט מענטשן רעכטס און לינקס, בעפאר׳ן קומען צו אן אפשטעל פארנט פון א כשר׳ן רעסטוראנט.

דער באוואפנטער טעראריסט איז דאן אריינגעלאפן אינעם רעסטוראנט, און ער האט זיך דארטן באהאלטן פאר א שטיק צייט, באווייזנדיג דערנאך צו אנטלויפן פון די פאליציי, און שרייבנדיג די שורות דאנערשטאג אויפדערנאכט, ווערט ער נאך דערווייל אלץ געזוכט.

אינצווישן זענען אנגעקומען די עמורדזשענסי באאמטע צו דער סצענע פון דער קאר אטאקע, און עס האט זיך זיי אנטפלעקט גאר שוידערליכע בילדער. צענדליגער פיסגייער זענען געלעגן אויסגעשפרייט לענגאויס דער גאנצער גאס, מיט ערנסטע וואונדן. אלעס אינאיינעם זענען דרייצן אומגעקומען און פופציג פארוואונדעט געווארן, און די אויטאריטעטן זאגן אז די ציפערן קענען נאך שטייגן.

די פאליציי האט אונטערגענומען א מאסיווע זוך אקציע און אויספארשונג, און האבן אויך געמאלדן דעם ארעסט פון צוויי פארשוינען וועלכע האבן געהאלפן צוגרייטן די אטאקע דורכ'ן אפדינגען דעם גרויסן ווייסן ווען און אנדערע צוגרייטונגען. ביידע ארעסטירטע, איינער א שפאנישער און דער צווייטער א מאראקאנער, האבן זויבערע רעקארדס.

עס האט זיך אבער נישט געענדיגט מיט דער קאר אטאקע אין בארצעלאנא, ווייל בלויז א קורצע צייט נאך דער אטאקע, האט א היים אין דער שטאט אלקאנאר, נישט ווייט פון בארצעלאנא, עקספלאדירט און איז גענצליך חרוב געגאנגען, פון וועלכע איינער איז אומגעקומען, און ווי די פאליציי זאגט, האט דאס עקספלאדירט פון א באמבע וואס טעראריסטן האבן געהאלטן אינמיטן צוגרייטן פאר אן אטאקע.

אין רעאקציע צו דער אטאקע, האבן פאליציי אוועקגעשטעלט פארשידענע טשעק-פוינטס לענגאויס בארצעלאנא, וואס האט געפירט צו א דריטן אינצידענט, ווען א פארשוין האט אריינגעקראכט אין עטליכע פאליציי אפיצירן ביי איין אזא טשעק-פוינט, פון וועלכע איין אפיציר האט געליטן וואונדן אויף די פיס. דער דרייווער פונעם קאר איז דערשאסן געווארן אויף טויט, און די פאליציי זאגט אז דער דרייווער איז נישט געווען דער געזוכטער פון דער קאר אטאקע אויף דער לא ראמבלא גאס.

שרייבנדיג די שורות קומט אריין די נייעס איבער נאך אן אינצידענט אין שפאניע, דאסמאל אין קעמברילס, נישט ווייט פון בארצעלאנא, וואו מען האט געהערט שיסערייען און די פאליציי האט געבעטן איינוואוינער זיך איינצושפארן אין די הייזער. די פאליציי האבן שפעטער געזאגט אז זיי האבן אומגעברענגט עטליכע טעראריסטן ביים קעמברילס אינצידענט, און מער דעטאלן זענען דערווייל נישטא.

די אייסיס טעראר גרופע האט אין א סטעיטמענט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער קאר אטאקע, און אין רעאקציע צו די כוואליע טעראר אטאקעס, האט די שפאניער רעגירונג דערקלערט דריי טעג פון נאציאנאלער טרויער. פון איבער דער וועלט זענען אריינגעקומען טרייסט וואונטשן, אריינגערעכנט פון פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט געזאגט אז אמעריקע ליבט שפאניע, און זי פילט מיט אין אזא צייט פון ווייטאג.

בילד: אייסיס קאר אטאקע טרייסלט אויף שפאניע; 13 פאטאליטעטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל