פילע טויזנטער סאטמארער חסידים איבער דער גארער וועלט פראווען היינטיגן פרייטאג, כ"ו אב, די הילולא קדישא פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס איז נסתלק געווארן פאר 38 יאר צוריק, כ"ו אב תשל"ט, און אין ניו יארק פארן צענדליגער טויזנטער מתפלל זיין און פועל'ן אלעס גוטס ביי זיין ציון הק' וואס געפינט זיך אין קרית יואל, מאנרא.

די גרויסארטיגע "סעודת הילולא" צוגעשטעלט דורך קהל יטב לב ד'סאטמאר בראשות כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, איז היי יאר אפגעראכטן געווארן נעכטן נאכט אין א גרויסער אויפגעשטעלטער געביידע נעבן דעם "בנין בית רחל" אין קרית יואל, און ס'האט אויך געדינט אלס היסטארישער מעמד, זייענדיג קאמבאנירט מיט'ן התייסדות פון "קרן ויואל משה" וואס דער רבי שליט"א האט געגרינדעט צו שאפן א פאראייניגטע שירעם-ארגאניזאציע פאר אלע פעולות אין דער מערכת הקודש צו ראטעווען אידישע קינדער פון דער ביטערער גזירת שמד הגיוס אין ארה"ק.

טויזנטער תלמידים וחסידים פון אלע געגנטער אין ניו יארק זענען זיך צונויפגעקומען מיטהאלטן דעם ספעציעלן מעמד און זיך דערביי צוגעהערט צו די דברות קודש וחובת השעה געזאגט בקול חוצב להבות אש דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וואס האט אנגעוויזן וויאזוי זיך צו קלאמערן ווייטער צום דרך פון רביה"ק בעל ההילולא זי"ע אן קיין שום שינוי, אנווייזנדיג ווי היינט בעצם יומא דהילולא אליין ווערט פון דער צדקה קאסע “שקל הטהור” פארטיילט די אסטראנאמישע סומע פון א מיליאן דאלאר פאר אלע מוסדות על טהרת הקודש אין ארץ ישראל.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

בילד: פילע טויזנטער אין קרית יואל ביי סעודת הילולא פון כ”ק  מרן רביה”ק מסאטמאר זי"ע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל