טעקסאס – אין יוסטאן, טעקסאס עקזיסטירט א ריזיגע אידישע געמיינדע, און אין די יעצטיגע טעג, ווען די שטאט איז אזוי באטראפן געווארן פונעם היסטארישן האריקעין "הארווי", זענען אויך די יוסטאנער אידן שווער באטראפן געווארן דערפון, און פילע אידישע פאמיליעס האבן געליטן שווערע שאדנס און לעבנס-געפארן צוליב'ן האריקעין. לויט די אפיציעלע פעדעראלע צענזוס ציפערן וואוינען נאענט צו 50,000 אידן אין יוסטאן, טעקסאס, און א גרויסער פראצענט פון זיי זענען אפעקטירט געווארן. א געוואלדיגער קידוש ה' איז טאקע געווען ווען עס זענען פארשפרייט געווארן בילדער פון הצלה וואלונטירן פון ווייטן ניו יארק און פון לאס אנדזשעלעס, וואס האבן אינאיינעם מיט לאקאלע וואלונטירן און נעשאנעל גארד זעלנער זיך געלאזט אויף קליינע שיפלעך לענגאויס די פארפלייצטע גאסן, און האבן מיט גרויס פארזיכטיגקייט באטראכט אלע פענסטערס און דעכער, אויפצוכאפן צי עס געפינען זיך מעגליך דארטן מענטשן וועלכע דארפן א באלדיגע עוואקואציע.

בילד: טעקסאס אידן באטראפן פון האריקעין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל