ניו יארק – א פירמע וואס ערצייגט טייערע קליידונגען, וואס באלאנגט צום פראדא ברענד פון קליידונג, האט געמאלדן אז זי וועט ארויסנעמען פון צירקולאציע א רייע קליידונג וועלכע פארמאגן אויף זיך געלע שטערנס פלאכטעס, נאך וואס טייל קריטיקער האבן גע'טענה'ט אז זיי זעען אויס ענליך צו די געלע שטערנס וואס אידן זענען געצוואונגען געווארן צו טראגן ביי דער צווייטער וועלט קריג. די קליידונג, וואס איז ערצייגט געווארן דורך דער מיו-מיו קליידונג פירמע, באזירט אין מילאן, איטאליע, האט געהאט א פינף שפיצנדיגן געלן שטערן, מיט'ן נאמען דזשאן אויסגענייט דערינען. דער מגן דוד שטערן וואס אידן האבן געדארפט טראגן ביי דער קריג איז געווען זעקס שטערנס. א פרעסע ווארטזאגער פון דער מיו–מיו פירמע האט זיך אנטשולדיגט איבער דעם און האט פארשפראכן צוריקצורופן אלע קליידונגען מיט די געלע שטערנס.

בילד: געלע שטערן קליידונג אראפ פון פאליצעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל