וואשינגטאן — א לענגערע אפהאנדלונג אין "וועניטי פעיר" דעטאליזירט די לעבנס פון טראמפ'ס איידעם און טאכטער אין די לעצטע זיבן מאנאטן, זינט זיי האבן זיך געצויגן קיין וואשינגטאן צו קענען דינען אלס נאענטע ראטגעבער צום פרעזידענט אין ווייסן הויז, און עס שטעלט זיך ארויס אז די צוויי האבן זיך זייער נישט גוט איינגעגלידערט צום וואשינגטאן פאליטיק סטיל, און זיי ווילן אנטלויפן פון דארטן. לויטן באריכט, פלאנירן קושנער און זיין פרוי אפצוטרעטן פון זייערע אמטן אנהייב יאר 18', דאס הייסט אין קנאפע 4 מאנאטן ארום, אבער עס איז נישט קלאר צי זיי וועלן דאך פארבלייבן וואוינען אין וואשינגטאן. דאס קומט א וואך נאכדעם וואס אן אנאליסט פאר דער קאנסערוואטיווער "ברייטבארט ניוז" נייעס אגענטור האט טאקע פארגעזאגט אז זיי וועלן אזוי דערביטערן פאר קושנער דאס לעבן, אז ער וועט זיין אינדרויסן פון ווייסן הויז גאר אין נאענטן.

בילד: קושנער נישט באקוועם אין וואשינגטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל