נעכטן האט מען אנגעפרעגט ביי דער רוסישער רעגירונג איבער די פרישע אויפדעקונגען אז טראמפ האט געהאט פלאנירט א "טראמפ טאוער" אין מאסקווע. פוטין'ס ווארטזאגער, דעמיטרי פעסקאוו, האט באשטעטיגט אז ער האט פאראיאר טאקע באקומען אן אימעיל פון טראמפ'ס לויער מייקל קאהן איבער א פלאן פאר א טראמפ האטעל אין מאסקווע, אבער פעסקאוו זאגט אז ער האט איגנארירט די גאנצע זאך און ניטאמאל רעאגירט צום אימעיל. פעסקאוו זאגט אז די סיבה פארוואס ער האט נישט רעאגירט, איז געווען ווייל ער איז בלויז א ווארטזאגער פאר פוטין, און ס'איז נישט זיין דזשאב זיך צו פארנעמען מיט ריעל עסטעיט דיעלס. באזונדער האט מען נעכטן געהערט פון דעמאקראטישע סענאטארן און קאנגרעסלייט, אז זיי ווילן זיך דערגרונטעווען איבער דער גאנצער זאך. עריק סוואלוועל, דעמאקראטישער קאנגרעסמאן און קא-טשעירמאן פון דער קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע, זאגט אז ס'איז גאנץ מעגליך אז זיין קאמיטע וועט איינלאדענען פרעזידענט טראמפ אליינס, צו הערן וויפיל ער האט געוואוסט פון די געשפרעכן איבער'ן מאסקווע האטעל.

בילד: רוסלאנד קאמענטירט איבער טראמפ טאוער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל