טעקסאס — א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן בלאקירט טיילן פון א נייעם טעקסאס סטעיט געזעץ, וועלכע צילט צו באשטראפן אזוי-גערופענע "סענקטשוערי סיטיס", שטעט וועלכע זענען ווייך איבער אימיגראציע אישוס און קאאפערירן נישט געהעריג מיט די פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעטן. דאס נייע געזעץ האט פארבאטן סיי וועלכע סיטי אין טעקסאס זיך צו דערקלערן אלס א "סענקטשוערי סיטי" וואס באשיצט אומלעגאלע אימיגראנטן, און געפאדערט פון געזעץ-אינפארסירונג קרעפטן און דעפארטמענטס איבער דער גאנצער סטעיטס צו קאאפערירן מיט די פעדעראלע רעגירונג'ס נייע שטרענג אנטי-אומלעגאלע אימיגראציע געזעצן. דאס געזעץ זאגט אויך אז פאליציי אפיצירן איבער דער גאנצער סטעיט זענען לעגאל ערלויבט צו פרעגן סיי וועמען איבער זייער אימיגראציע סטאטוס, אפילו אזעלכע וועמען זיי שטעלן סתם אפ פאר א טראפיק פארלעצונג. דעמאקראטישע אקטיוויסטן אין דער סטעיט זענען געלאפן אין געריכט קעגן דעם געזעץ, און נעכטן האט ריכטער אורלאנדא גארסיע טאקע דערקלערט דאס געזעץ אומקאנסטיטוציאנעל.

בילד: ריכטער בלאקירט סענקטשוערי סיטי געזעץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל