דעטרויט – די "פיטש" פינאנציעלע אנאליטיקער האבן נעכטן פובליצירט א באריכט איבער'ן אימפאקט וואס אמעריקאנער סטעיטס וועלן שפירן אויב עס ווערן געמאכט סיי וועלכע באדייטנדע טוישונגען צום עקזיסטירנדיגן "נאפטא" האנדלס אפמאך וואס אמעריקע האט מיט קאנאדע און מעקסיקא, און עס שטעלט זיך ארויס אז מישיגען וועט דאס שטארקסטע און ערגסטע אפעקטירט ווערן. טראמפ האט געסטראשעט אז ער וועט אוועקגיין פונעם פארהאנדלונגס טיש און זיך גענצליך ארויסציען פון נאפטא, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז אפילו טראמפ פארבלייבט יא אין נאפטא, נאר מען מאכט טוישונגען, וועט עס שעדיגן עטליכע סטעיטס, און דאס מערסטע וועט ליידן מישיגען, צוליב וואס א גרויסער פראצענט פון איר עקאנאמיע באשטייט פון די גרויסע אויטא פאבריקן, פון וואו עס ווערן ארויסגעליפערט יערליך אויטאס און אויטא טיילן אין ווערד פון ביליאנען דאלארן, און אויב וועלן די עקספארטן ווערן געצוימט, וועלן די ארבעטער אין די סטעיט ליידן פון רעדוצירטע געהעלטער.

בילד: מישיגען וועט ליידן פון נאפטא טויש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל