קאליפארניע – די ליקוי חמה פון תשע"ז איז שוין עטליכע וואכן אונטער אונז, און פילע מאכן שוין פלענער אויפ'ן קומענדיגן ליקוי חמה וואס וועט געזען ווערן אין ניו יארק אין שנת תשפ"ד, אבער "עמעזאן" פלאגט זיך נאך מיט דער ליקוי חמה. אין די וואכן בעפאר דעם היסטארישן געשעעניש, האבן זיך פארקויפט מיליאנען פון די ספעציעלע ברילן מיט וועלכע מען מעג קוקן דירעקט אויף דער זון, וויבאלד מ'קען ח"ו בלינד ווערן אויב קוקט מען דירעקט אריין אין די זון אן האבן סיי וועלכע שוץ. פילע שווינדלער האבן דאן פאבריצירט פאלשע ליקוי חמה ברילן, וועלכע זענען נישט גענוג באשיצט קעגן דער זון, און צענדליגער טויזנטער שטיק דערפון האבן זיך פארקויפט אויף "עמעזאן", און ווי נאר די עמעזאן פירער זענען דערגאנגען אויפ'ן שווינדל, האבן זיי פאררופן א גרויסן צוריקרוף אויף די פאלשע ברילן. אבער א פארפאלק אין סאוט קאראליינע האט נעכטן אריינגעגעבן א "קלעס עקשאן" אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט, זאגנדיג אז זיי האבן איינגעקויפט עטליכע פון די ליקוי חמה ברילן אויף עמעזאן, און זיי האבן געליטן ערנסטע שאדנס אויף זייער זע-קראפט. עמעזאן האט דערווייל נישט קאמענטירט.

בילד: קלאגע קעגן עמעזאן איבער ליקוי חמה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל