אלבאני – די ניו יארק סטעיט געזונטהייט באאמטע האבן געמאלדן אז זיי טוען אין די טעג פארשטערקערן זייער קאמפיין צו האלטן אן אויג אויף פרישע פארשפרייטונגען פון די טיק באשעפענישן, צו דערגיין אין וועלכע געגנטער זיי פארשפרייטן זיך שטערקער און שנעלער, און באלד אונטערנעמען אפעראציעס צו העלפן די איינוואוינער אינעם באטראפענעם געגנט. דער זומער קומט שוין צו אן ענדע, אבער דער געפאר פון טיקס האלט ווייטער אן, און די סטעיט געזונטהייט באאמטע האבן בלויז אין די לעצטע עטליכע טעג אידענטיפיצירט 22 טיקס מיט די שעדליכע "פאוואסאן ווירוס" – א שעדליכע און פאטענציעל-פאטאלע קרענק וואס מען קען באקומען דורך א ביס פון א טיק ה"י – אין סאראטאגע קאונטי. דער פלאן פון די געזונטהייט באאמטע, איז אז ווי נאר עס וועט אויפגעכאפט ווערן א פארשפרייטונג פון טיקס אין א ספעציפישער געגנט, וועלן אראפגעשיקט ווערן פארשטייער אויפצוקלערן די לאקאלע איינוואוינער איבער'ן געפאר און געבן עצות וויאזוי מען קען זיך באשיצן.
הוסף רשומת תגובה