יוסטאן – אוויאציע עקספערטן זאגן אז פילע אמעריקאנער לופטליניעס וועלן זען ערנסטע לעכער אין זייערע פארדינסטן, אלס דירעקטער רעזולטאט פונעם היסטארישן האריקעין הארווי. דער "דזשארדזש בוש אינטערקאנטינענטאל" לופטפעלד אין יוסטאן, טעקסאס, איז איינס פון די גרעסטע לופטפעלדער איבער'ן לאנד, און אין די לעצטערע טעג איז דער לופטפעלד געווען הערמאטיש פארשלאסן און אלע געסקעדזשועלטע פלי רייזעס ארויס און אריין צום לופטפעלד זענען געווען אפגעשאפן. נעכטן נאכט האט שוין "יונייטעד עירליינס" אנגעהויבן דורכפירן רייזעס פונעם לופטפעלד, וויבאלד די וואסערן האבן אנגעהויבן אראפגיין, אבער פארט איז דערווארט אז יונייטעד וועט ליידן פון לאנגזאמע סערוויס און ווייניג פאסאזשירן אין יוסטאן פאר דער קומענדיגער שטיק צייט, און עס ווערט געשאצט אז אלעס אינאיינעם וועט יונייטעד ליידן 265 מיליאן דאלאר שאדנס, נעמענדיג אין באטראכט דעם פאקט אז זיי זענען די גרעסטע לופטליניע אינעם יוסטאנער לופטפעלד. אוויאציע עקספערטן זאגן, אז אפילו א קורצער איבערהאק פון פלי רייזעס קען קאסטן שווערע מיליאנען דאלארן פאר די לופטליניעס, א שטייגער ווי פאראיאר ווינטער ווען א קליינער שניי שטורעם האט געקאסט פאר "דעלטא" 125 מיליאן דאלאר.
הוסף רשומת תגובה