טעקסאס – עס קומען ארויס פון יוסטאן, טעקסאס, בילדער וואס דאס אויג קען נישט גלייבן, ווען הייוועי שילדן וועלכע זענען געווענליך אויפגעהאנגען צענדליגער פיס אין דער לופטן, זענען יעצט כמעט גענצליך איינגעזונקען אונטער'ן וואסער, און גאנצע שטאטישע גאסן, וואו עס עקזיסטירן שאסייען, טראטורן און פעלדער, זענען פארוואנדלט אין איין גרויסער אקעאן פון דעסטרוקציע און כאאס. אבער נארישע מענטשן נוצן אויך אויס אזעלכע געלעגנהייטן צו פארשפרייטן פאלשע בילדער, און אין די לעצטע פאר טעג האט מען געזען עטליכע ביישפילן פון פאלשע בילדער וועלכע האבן זיך ארומגעדרייט, א שטייגער ווי דאס בילד וויאזוי א גרויסער געפארפולער שארק פיש שווימט אין די וואסערן פון א פארפלייצטער יוסטאנער שאסיי, וואס איז טאטאל פאלש און פאבריצירט, און אויך א בילד וויאזוי גרויסע קאמערציאלע פליגערס שווימען אין עטליכע פיס וואסער ביים יוסטאן אינטערנעשאנעל לופטפעלד, וואס איז אויך א קאמפיוטעריזירט צוזאמגעשטעלט בילד. אויטאריטעטן האבן געבעטן מענטשן זאלן אויפהערן ארומשיקן די סארט בילדער, ווייל עס לייגט נאר צו צו די טראמא.
הוסף רשומת תגובה