גואטאמאלא – אמעריקע, די יו-ען און אנדערע אינטערנאציאנאלע קערפערשאפטן, האבן שטארק פארדאמט דעם גואטאמאלא פרעזידענט, דזשימי מאראלעס, איבער דעם וואס ער פירט זיך אויף ווי א דיקטאטור. מיט עטליכע מאנאטן צוריק, האבן אויספארשער אנטדעקט באווייזן אז מאראלעס האט גענוצט פארשידענע צווייפלהאפטיגע טאקטיקן וויאזוי צו פינאנצירן זיין פרעזידענט קאמפיין אין יאר 15', און האבן גערופן פאר אן אויספארשונג, וואס דער יו-ען אנטי קארופציע שליח אין גואטאמאלא, אייוואן וועלאסקועז, האט געזאגט אז ער שטיצט אויסצופארשן די באשולדיגונגען. מאראלעס ברויזט אויפ'ן באשלוס פון וועלאסקועז צו נוצן זיין יו-ען קאמיסיע אויסצופארשן די מעגליכע קארופציע, און דעריבער האט מאראלעס אונטערגעשריבן א פארארדענונג אז וועלאסקועז מוז דעפארטירט ווערן פון גואטאמאלא – וואס די דעפארטאציע פארארדענונג איז שארף פארדאמט געווארן. דאס העכסטע געריכט אין לאנד האט למעשה געאורטיילט אז מאראלעס' דעפארטאציע פארארדענונג איז נישט אויסגעהאלטן לויט דער גואטאמאלא קאנסטיטוציע.
הוסף רשומת תגובה