וואשינגטאן – נעכטן מיטוואך האט מען געהערט אז די טראמפ אדמיניסטראציע און דער פענטאגאן באטראכטן ערנסט א פלאן אנצוהייבן אראפצושיסן די מיסילס וואס צפון קארעא שיסט ארויס. דער פלאן איז אז מ'וועט נוצן די ספעציעלע מיסיל שוץ סיסטעמען וואס זענען שוין סטאנציאנירט אין גואם און אין דרום קארעא, און ווי נאר מען וועט דערשפירן אז צפון קארעא האט ארויסגעשאסן א מיסיל, אפילו עס פליעט נישט אין ריכטונג פון קיין אנדער לאנד, וועט מען דאס אראפשיסן. דער פלאן טראגט אבער מיט זיך א ריזיקע, ווייל אמעריקע'ס מיסיל-אראפשיס טעכנאלאגיע האט דערווייל נישט געהאט קיין הונדערט פראצענטיגע סוקסעס. טראמפ האט אויך נעכטן געלאזט וויסן אז ער האלט אז די צייט פאר דיפלאמאטיע און געשפרעכן איז שוין פאראיבער, אבער פענטאגאן הויפט דזשעימס מעטיס האט געזאגט אז אמעריקע גייט קיינמאל נישט אויף אויף א דיפלאמאטישע לעזונג צו סיי וועלכער קריזיס.
הוסף רשומת תגובה