וואשינגטאן – דאס אמעריקאנער מיליטער האט נעכטן געזאגט אז ארום עלף טויזנט אמעריקאנער טרופן געפינען זיך אין אפגאניסטאן, וואס דאס איז מיט עטליכע טויזנט מער ווי דער פובליק האט ביז יעצט געוואוסט. די מעלדונג איז געקומען ביי א ספעציעלן פרעסע קאנפערענץ אינעם פענטאגאן, וואו די מיליטערישע באאמטע האבן זיך אנטזאגט צו ענטפערן וויפיל פרישע טרופן עס וועלן געשיקט ווערן אונטער פרעזידענט טראמפ'ס פלאן צו פארשטארקערן דעם קאנטער-טעראר קאמפיין אין אפגאניסטאן. פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס האט אויסגעדרוקט אויפברויז אויפן פענטאגאן'ס מאדנער סיסטעם וויאזוי מען ציילט טרופן, וואס האט געברענגט דערצו אז מען האט ביז יעצט געמיינט אז ס'זענען בלויז דא אכט טויזנט אמעריקאנער טרופן אין אפגאניסטאן. מעטיס האט פארשפראכן אז ער וועט פאררעכטן דעם ציילונג סיסטעם און ער וועט זיין מער אפן מיט'ן אמעריקאנער פאלק, אבער אין דער זעלבער צייט האט מעטיס נישט געוואלט קלאר איבערגעבן וויפיל אמעריקאנער טרופן עס זענען אין איראק און סיריע פאר די אנטי-אייסיס אפעראציעס.

בילד: מער טרופן אין אפגאניסטאן ווי געקלערט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל