טעקסאס – נעכטן איבער'ן טאג האבן די וואסער שטאפלען אין יוסטאן, טעקסאס, וועלכע איז שווער באטראפן געווארן פונעם היסטארישן האריקעין הארווי, אנגעהויבן אראפצוגיין, און פילע איינוואוינער האבן זיך שוין ערלויבט צוריקצוקומען אין די פארפלייצטע גאסן, וויבאלד מען האט שוין געקענט אביסל זיך ארומדרייען אן דעם וואס דאס וואסער זאל אנקומען ביז'ן האלדז.

די וואסער–שטאפלען אין יוסטאן האבן אנגעהויבן אראפגיין, אין דער זעלבער צייט וואס האריקעין הארווי האט זיך ארויסגעדרייט פון יבשה צום וואסער, און דערנאך זיך צוריקגעדרייט צו יבשה און באפאלן לואיזיאנא און עטליכע טעקסאס שטעט ביים גרעניץ מיט לואיזיאנא, אבער מען דערווארט שוין נישט קיין פרישע דירעקטע פארפלייצונגען און שווערע שטורעמעס פון הארווי, און נעכטן האט שוין די זון געשיינט אין יוסטאן מיט א געשמאק.

טראצדעם האבן אויטאריטעטן געווארנט אז ס'איז נאכנישט הונדערט פראצענט פארזיכערט טאקע צוריקצוקומען צו אלע געגנטער וועלכע זענען ביז יעצט שווער פארפלייצט געווען. איין ערנסטער און באלדיגער געפאר, איז איבער א כעמישער פאבריק אין קראסבי, טעקסאס, וועלכע איז געשעדיגט געווארן פונעם האריקעין און איז אין געפאר פון אויפרייסן יעדע ליאדע מינוט.

היינט דערווארט מען וויצע פרעזידענט מייק פענס פאר א באזוך אין טעקסאס, וואו ער פארט אויף דער ביטע פון פרעזידענט טראמפ, און אויטאריטעטן האבן געזאגט אז אצינד הייבט זיך אן די גאר שווערע ארבעט פון צוריקשטעלן טעקסאס אויף די פיס, אן ארבעט וואס וועט געדויערן עטליכע יאר און וועט קאסטן שווערע ביליאנען דאלארן – לויט איין שאצונג 160 ביליאן דאלאר, וואס איז מער ווי די שאדנס פון האריקעין סענדי און האריקעין קאטרינע אינאיינעם.

בילד: ויהי אחרי המבול: וואסער שטאפלען אין יוסטאן הייבן אן אראפצוגיין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל