ווען נישט א ליקוי חמה, וואלט מעגליך נישט עקזיסטירט פראנקרייך, דייטשלאנד און איטאליע! די געשיכטע דערציילט אז אום מאי 5 פון יאר 840' למספרם (ב' אייר ד' אלפים שנת ת"ר) האט א פולקאמע ליקוי חמה פאסירט העכער אייראפע, און פארשטייט זיך אז דאן האט מען נאכנישט געוואוסט אזויפיל וואס מ'ווייסט היינט איבער די געשעענישן, דעריבער ווען די ליקוי חמה האט פאסירט, שאפנדיג פולקאמע פינסטערניש פאר עטליכע מינוט, איז דער אייראפעאישער קעניג, לואיס פון בערן, אריינגעפאלן אין א טיפן טויט שרעק, פון וואס ער איז קראנק געווארן און עטליכע טעג שפעטער געשטארבן. זיינע דריי קינדער האבן זיך געשלאגן ווער עס זאל איבערנעמען די מלוכה, און 3 יאר שפעטער האבן זיי געשליכטעט זייער געפעכט מיט'ן "ווערדון אפמאך," וואס האט איינגעטיילט איין זון אלס קעניג פון איטאליע, דעם צווייטן אלס קעניג פאר פראנקרייך, און דעם דריטן אויף דייטשלאנד.

בילד: ליקוי חמה באשאפט פראנקרייך, דייטשלאנד און איטאליע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל