באריכטן אין די בריטישע פרעסע האבן אויפגעדעקט אז אין די לעצטע צוויי יאר זענען דריי פרינצן פון די קענגליכע פאמיליע אין סאודי אראביע מיסטעריעז פארשוואונדען געווארן ווען זיי האבן זיך געפונען אין אויסלאנד. די ערשטע געשיכטע איז פון סולטאן בין טורקי א פלומעניק פונעם קעניג וועלכער איז פארכאפט געווארן אין שווייץ נאכ׳ן האבן א פרישטאג מיט זיין שוועסטער קינד דער זון פונעם קעניג, וועלכער האט אים פרובירט צו איבעררעדן אז ער זאל זיך אומקערן אהיים און נישט רעדן אין די עפנטליכקייט קעגן די קעניגליכע פאמיליע, און ווען ער האט זיך אנטזאגט זענען באוואפנטע מענטשן אריינגעקומען און אים געגעבן אן איישנלעף איינשפריץ און ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער זיך שוין געפונען אין א באהעלטעניש אין סאודי אראביע.

סולטאן האט זיך באוויזן צו ארויסבאקומען און פירט יעצט א געריכטליכע קאמפ קעגן די סאודישע קענגליכע פאמיליע, ער זאגט אז ער איז פארכאפט געווארן און אויסגעשטאנען פייניגונגען צוליב דעם וואס ער האט אויסגעדריקט עפנטליכע קריטיק קעגן זיין פעטער דער קעניג. די בי-בי-סי נעץ דעקט אויף אז די זעלבע שיקזאל האט באטראפן צוויי אנדערע פאמיליע מיגטלידער וועלכע האבן עפנטליך גערופן פאר רעפארם אין די קעניגרייך, איינער איז פארשווינדען געווארן פון פאריז און איינער פון לאנדאן, און זיי זענען געווארן טראנסעפרירט קיין סאודי אראביע ווי זיי געפונען זיך אונטער ארעסט. די אויפדעקונג איז גאר אומבאקוועם פאר די סאודישע קענגליכע פאמיליע.

Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל