שאלה:

ביי געזונטע קינדער, ווייס איך וואס מיין תפקיד איז: דער אייבערשטער וויל איך זאל מחנך זיין דאס קינד, אים/איר העלפן וואקסן און שטייגן און ציען ווייטער די מסורה פון אונזערע עלטערן. ביי דעם קינד, איך פארשטיי אז אלעס איז פון הימל און איך קען נישט די חשבונות, אבער וואס איז 'מיין' תפקיד? ווען איך וואלט געוואוסט קלאר וואס דער אייבערשטער וויל איך זאל טון צו ערפולן זיין רצון מיט דעם קינד, דאן ווייס איך אויף וואס מתפלל צו זיין, באשעפער העלף מיר דאס טון. וואס איז די רצון ד' ווען ער שענקט עלטערן מיט א ספעציעל קינד?

בילד: הרב ישראל בער שטיין
הרב ישראל בער שטיין:

איין איד דא ענטפערט אז דער רצון הבורא איז מען זאל טון דאס מערסטע וואס מען קען, דאס איז דער תפקיד.

אויב מען מעג, וואלט איך געוואלט עס ארויסברענגען אביסל אנדערש. דער איד איז אודאי גערעכט, מען דארף טון די מערסטע וואס מען קען. איך וויל אייך נאכזאגן וואס ווי געשמועסט האבן מיר געפרעגט אסאך שאלות אין די ענינים פון ערליכע אידן, אזוי אויך די שאלה, סיי פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, פון הגה"צ רבי דן סג"ל שליט"א, און פון נאך אנדערע.

עס איז געווען ממש א וואונדער, ווען אויף אסאך שאלות זענען די תשובות געווען אין פארשידענע נוסחאות. יעדער האט געענטפערט מער ווייניגער ענליך, עס איז דאך נאר דא איין תורה, אבער יעדער פון זיי האט אויסגעדרוקט די תשובה אביסל אנדערש.

אויף די שאלה וואס מען האט יעצט געפרעגט, וועלכע מצוה איז מען מקיים ווען מען געבט זיך אפ מיט אזא קינד, א קינד וועלכער פארמאגט נישט קיין עול תורה ומצוות און מען דארף אים נישט מחנך זיין אויף דעם, וואס טוסטו? וואס איז די תפקיד? די פלא איז ווי אלע האבן אין א רגע געענטפערט דעם זעלבן ענטפער, "דו טוסט חסד."

דאס איז געווען דער ענטפער פון אלע גדולי ישראל. חסד, דאס איז דיין מצוה. עס זענען פארהאן אסאך מענטשן וואס זענען עוסק אין חסד, יעדער ווייסט אנשי חסד, אין יעדע שטאט, יעדע משפחה האט א חסד מענטש וואס טוט א סאך אין חסד, ער גיבט זיך אפ מיט אנדערע; ווען דו געבסט זיך אפ מיט דעם קינד, ביסטו א וואלונטיר, יעצט איז דיין שעה פון חסד (היינט איז דא א שעה פון לשון הרע, א שעה וואס מען איז נישט אין כעס, די שעה וואס מען גיבט זיך אפ מיט דעם קינד, סיי וואס מען דארף אים נאר העלפן, איז עס א שעה פון חסד).

מען טוט חסד מיט א מענטש, עס איז חסד של אמת – מען וועט אויף די וועלט קיינמאל נישט צוריק באקומען באצאלט דערויף פונעם מענטש. מען טוט די זעלבע עבודה ווי אברהם אבינו האט געטון. דער אייבערשטער וויל אז דו זאלסט טון חסד מיט דאס קינד.

איך וויל דערציילן א מעשה וואס ברענגט אביסל א הסתכלות וויאזוי מען דארף אנקוקן די ענין פון חסד. אין ירושלים האט געוואוינט א חשוב'ער איד, אסאך דא האבן אים אודאי געקענט, הרה"צ רבי מנחם מונדערער זצ"ל, א חסיד'ישער דערהויבענער איד, א פארצייטישער אדורך געווייקטער בר דעת, און ער איז געווען א גרויסער מכניס אורחים. אידן האבן אלץ געגעסן ביי אים.

ער האט געהאט א קפידה אז ער געבט טאקע צו עסן, אבער שלאפן לאזט ער נישט ביי זיך אין שטוב (אסאך ערליכע אידן האבן געהאט אזא הקפידה, אבער איך זאג עס נאר נאך, נישט אויף נאכצומאכן, יעדע שטוב האט זיין מסורת אבות וואס צו טון). ער האט געהאט קינדער אין שטוב, און ער האט געהאט אן ענין אז פרעמדע מענטשן זאל נישט נעכטיגן ביי אים.

אמאל איז דארט אנגעקומען א גאסט, אן אמת'ער ארחי פרחי, אזא ריכטיגער שווערער איד ממש ווי די ביכער מאלן אראפ א ל"ו צדיק... מען האט אים סערווירט גרויסע סעודות כיד המלך און דער איד האט געגעסן צו דער זעט, אבער נישט סתם, נאר איינמאל און נאכאמאל, כאטש ווי פיר נארמאלע מענטשן.

ווען ער האט געענדיגט זיין סעודה האט ער געזאגט מען זאל אים געבן א בעט, ער וויל שלאפן. האט אים ר' מנחם געזאגט, אראפ די גאס וואוינט א איד א גרויסער מכניס אורח, ער שטעלט צו צו עסן און אויך שלאפן. ער האט עטליכע הכנסת אורחים צימערן און איר קענט דארט גיין שלאפן.

דער איד האט זיך אבער פאר'עקשנ'ט אז ניין, ער וויל דוקא דא שלאפן.

"מען קען נישט," האט אים ר' מנחם קלארגעשטעלט. ווילסט נאך עסן, געב איך אייך גערן וויפיל עסן איר ווילט. איר קענט דא קומען עסן אגאנץ לעבן יעדן טאג דריי סעודות, אבער שלאפן קענט איר נישט דא.

דער איד האט זיך אבער נישט געלאזט און פארלאנגט מען זאל אים לאזן דא שלאפן אין שטוב. ער וויל דוקא דא שלאפן...

ר' מנחם האט אים רואיג און פעסט געזאגט אז שלאפן קען ער נישט דא, אבער ער קען אים ערגעץ אנדערש צושטעלן א פריוואטע צימער, ער וועט אליינס מיטגיין מיט אים זיכער מאכן ער איז צופרידן, ער וועט אים אריבערטראגן בעט געוואנט און אלץ וואס פעלט אויס, זיכער מאכן ער האט די בעסטע מאטראץ און אלע באקוועמליכקייטן, אבער ביי אים אין שטוב קען מען נישט שלאפן.

אבער דער איד האלט זיך ביי זיינס, ניין, מוחל טובות, ער וויל דא שלאפן. ר' מנחם האט זיך אבער נישט געלאזט און דער גאסט איז אוועקגעגאנגען.

די קינדער האבן מיטגעהאלטן דעם ויכוח מיט גרויס התפעלות; ס'איז דאך ממש ווי אין די מעשה ביכלעך! דער גאסט איז זיכער געווען אליהו הנביא אליינס; גרויסע צדיקים האבן אין זכות פון ביישטיין אזא נסיון זוכה געווען צו קינדער וועלכע האבן באשיינט די וועלט... די ביכער שרייבן דאך אז ממש אזוי איז געווען די ויכוח... און דא...

זאגט ער ר' מנחם, הערט א מורא'דיגע תשובה פון א דערהויבענעם איד, 'הלואי איז עס אליהו הנביא, איך האב מורא עס איז א מענטש און ער האט נישט וואו שלאפן. טאמער עס איז אליהו הנביא, נו, בין איך דורכגעפאלן די נסיון. איך האב מיין מסורה און כ'ריר זיך נישט דערפון. איך האב אבער מורא אז עס איז א מענטש"...

דאס הייסט חסד, דאס איז א ריכטיגע הסתכלות אויף חסד, ער וויל יענעמ'ס גוטס. די פשט איז אזוי, חסד לשם חסד, ווייל איך וויל יענעם העלפן, וואס איז א חילוק א פרעמדער צו אן אייגן קינד? וואס מען טוט עס זאל גוט זיין א צווייטן איד, איז עס חסד. אויב דארף מען געבן צו עסן, טרינקען, קליידן, טוישן, וואס עס זאל נאר זיין, חסד איז א זאך וואס א צווייטער קען נישט טון.

דער אייבערשטער זאגט, ווי מען האט געשמועסט פרייטאג צונאכטס, דו דארפסט זיין דער גבאי פון די הויכע נשמה, פון דעם צדיק יסוד עולם, דו ביסט עס, דו ביסט די גבאי, זאלסט טון אלעס וואס א גבאי טוט פאר א עלטערע צדיק פון 119 יאר. טו חסד מיט די הייליגע נשמה. דאס איז דיין עבודה.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל