מיליאנען מענטשן וועלן טוישן זייער רוטין פאר די עטליכע מינוט וואס דער ליקוי חמה וועט ערשיינען אין די הימלען קומענדיגן מאנטאג, אבער מענטשן זענען נישט די איינציגסטע וועלכע וועלן טוישן זייער רוטין, נאר ווי וויסנשאפטליכע זאגן, וועלן אויך אנדערע באשעפענישן שפירן דעם אפעקט. אין לויף פון די יארן, זאגן די סייענטיסטן, האט מען אבזערווירט אז יעדעס מאל וואס עס פאסירט א ליקוי חמה, נאכדערצו אזא גאנצע און זעלטענע ווי דאס וואס ס'איז דערווארט מאנטאג, האבן באשעפענישן פלוצלינג געטוישט זייער אויפפירונג, און פילע פון זיי האבן געמיינט פלוצלינג אז ס'איז געווארן נאכט און אנגעהויבן זייער נאכט-רוטין. די טוישונגען אין באשעפענישן ביי א ליקוי חמה, האט מען ספעציפיש געזען ביי דזשיראפעס, שפינען, וואל-פישן און אויך קוען.

בילד: ליקוי חמה וועט טוישן רוטינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל