לאנדאן – עס איז אן נודזשענדיגער פראבלעם, די טעלעמארקעטערס וועלכע קלינגען אהיים, צי אויפן סעלפאן, וועלנדיג פארקויפן א געוויסן פראדוקט אדער סערוויס, און טראץ פארשידענע פרואוון פטור צו ווערן דערפון, א שטייגער ווי זיך ארויפשטעלן אויף דער "נישט רופן" ליסטע, טרעפן די סארט פירמעס אייביג א וועג וויאזוי אויסצוקרויזן די ליסטעס און ווייטער שיקאנירן און דערקוטשען, און טאקע פונקט ווען מ'האלט אינמיטן נאכטמאל... לי ביעמאנט, א 27 יעריגער אין ענגלאנד, האט געטראפן א געניאלע עצה וויאזוי פטור צו ווערן פון די טעלעמארקעטערס און נאך רייך ווערן אויך אין דער זייט: ער האט זיך איינגעקויפט פאר דרייצן דאלאר א "פרימיום ראטע" טעלעפאן נומער, וואס אין אמעריקע איז דאס באקאנט אלס די טעלעפאן נומערן וועלכע הייבן זיך אן מיט די ציפערן 1900, וואס ס'קאסט געלט פאר'ן אריינרופער, אפאר דאלאר פער מינוט. ביעמאנט האט גענוצט דעם טעלעפאן נומער פאר יעדן איינציגע דעטאל פון זיין לעבן, אריינגערעכנט צו עפענען א באנק אקאונט און אנדערע וויכטיגע זאכן, און עס האט געארבעט ממש געוואלדיג, ווייל די טעלעמארקעטערס האבן געזען אז ווען זיי רופן אן צו ביעמאנט'ס נומער, דארפן זיי צאלן געלט פער מינוט און עס האט זיך זיי נישט געלוינט. ביעמאנט האט געמאכט א שיינע פאר דאלאר פונעם געשעפט, און די צאל טעלעמארקעטער טעלעפאן קאלס וואס ער האט באקומען, איז געפאלן מיט 70 פראצענט אין בלויז עטליכע וואכן.

בילד: וויאזוי ווערט מען פטור  פון די "טעלעמארקעטערס"?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל