מאנהעטן – גראפיטי איז באמת א זאך וואס פאר'מיאוס'ט די שטאטישע גאסן און אין ניו יארק סיטי זוכן שוין די אויטאריטעטן לאנגע יארן א וועג וויאזוי פטור צו ווערן פון די גראפיטי פירקלער, צי דורכ'ן שטעלן קאמערעס ביי אלע פלעצער וואו מען קלערט אז די סארט פירקלער וועלן זוכן ארויפצושמירן זייער גראפיטי, אדער דורכ'ן דורכפירן עטליכע פובליק ארעסטן און הארבע אורטיילן קעגן די סארט פארלעצער. א ניו יארק סיטי ריעל עסטעיט דעוועלאפער האט אבער באשלאסן אז אנשטאט צו באקעמפן גראפיטי, דארף עס גאר ווערן אויסגענוצט אלס א מעטאד צו פארקויפן ריעל עסטעיט. ברעט העריס זאגט אז עס זענען שוין היינט פארהאן גענוג יוגנטליכע וועלכע גלייכן די סארט ווילדע גראפיטי, און דעריבער האט ער אוועקגעשטעלט א רעזידענשאל געביידע אין קווינס, וואס טראגט דעם צונאמען "די גראפיטי הויז", און עס פארמאגט קאלירפולע פארבן פונדרויסן און אינעווייניג זענען אלע ווענט געפארבט ווי גראפיטי. עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעס, ווען די אפארטמענטס אין דער 7 שטאקיגער געביידע, פאר 2,700 דאלער א מאנאט רענט, זענען געווארן אנגעפילט אין ווייניגער ווי 3 מאנאטן. אצינד פלאנירט העריס אן ענליכע געביידע אין דער קלינטאן געגנט אין וועסט-סייד מאנהעטן.

בילד: גראפיטי, א ריעל עסטעיט מעטאד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל