אלבאני – מער און מער ניו יארק סטעיט סענאטארן און אסעמבלי מיטגלידער האבן דערקלערט אז זיי זוכן נישט צו געווינען ווידערוויילונג פאר זייערע סטעיט פאזיציעס, נאר אנשטאט ווילן זיי לויפן פאר א פאזיציע אינעם ניו יארק סיטי קאונסיל. דער הויפט בענעפיט פון האבן א סיטי קאונסיל זיץ קעגן א סטעיט סענאט אדער אסעמבלי אמט, איז פשוט געלט, ווייל אין אלבאני פארדינט מען 79,500 דאלאר, און א סיטי קאונסיל מיטגליד פארדינט 148,500 דאלאר, אבער עס האט אנדערע בענעפיטן, אריינגערעכנט אז די אסעמבלי מיטגלידער און סטעיט סענאטארן, וועלכע רעפרעזענטירן ניו יארק סיטי געגנטער אין אלבאני, דארפן יעדן איינציגן טאג פארן לאנגע שטונדן ביז קיין אלבאני צו דער ארבעט, אדער פארבלייבן זיי אין אלבאני איבערשלאפן איבער'ן וואך, וואס אויב זיי דינען אין סיטי קאונסיל, זענען זיי גאר נאענט צו זייערע היימען. פאר דעמאקראטישע סטעיט סענאטארן איז דא נאך א בענעפיט צו דינען ענדערש אינעם סיטי קאונסיל, ווייל דער סטעיט סענאט איז קאנטראלירט דורך די רעפובליקאנער, און דער סיטי קאונסיל איז אין דעמאקראטישע הענט. אלעס אינאיינעם זענען דא 5 סטעיט אמטירנדע פאליטישאנס וועלכע לויפן היי יאר פאר סיטי קאונסיל זיצן.

בילד: סטעיט געזעצגעבער זוכן סיטי קאונסיל זיצן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל