ניו יארק – א פרישער מאגאזין וואס די על קאידא טעראר גרופע האט ארויסגעגעבן אויף דער ענגלישער שפראך, רופט פאר אטאקעס קעגן אמעריקאנער באן סיסטעמען. על קאידא זאגט אז די אמעריקאנער באנען האבן זייער אסאך זיכערהייט שוואכקייטן, און דעריבער אפעלירט זי צו אירע שטיצער דורכצופירן אטאקעס אויף די באנען. על קאידא זאגט אז מען קען אטאקירן באנען אויף 3 וועגן, ערשטנס דורכ'ן אונטערשטעלן באמבעס און שטרויכלונגען אויף די שינעס, צווייטנס דורכ'ן אריינשטעלן באמבעס אין באן וואגאנען, און דריטנס דורכ'ן באמבארדירן סאבוועי סטאנציעס. אינעם מאגאזין שרייבט על קאידא גאר דעטאליזירטע אנווייזונגען מיט בילדער וויאזוי דורכצופירן די אטאקעס אויף די 3 וועגן, א שטייגער ווי די קאלירפולע בילדער וואס על קאידא האט לאנגע יארן פובליצירט וויאזוי צו פאבריצירן באמבעס ביי זיך אינדערהיים – וואס פילע טעראריסטן האבן טאקע גענוצט. די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט זאגט אז זי ווייסט פון דעם נייעם געפאר פון על קאידא קעגן באנען, און זי נעמט אונטער נייע זיכערהייט מאסנאמען.

בילד: על קאידא וויל צילן אמעריקע'ס באנען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל