וואשינגטאן – דער קאנגרעסיאנאלער בודזשעט אפיס האט נעכטן פובליצירט א שאצונג, אז אויב וועט פרעזידענט טראמפ טאקע טאן ווי ער סטראשעט, און אפשטעלן די ביליאנען דאלארן אין צאלונגען פאר העלט אינשורענס פירמעס, וועט דאס ברענגען אז פילע אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן אבאמאקעיר וועלן זען א שטארקע העכערונג אין זייערע מאנאטליכע פרימיום קאסטן. דער בודזשעט אפיס זאגט אויך, אז אפשטעלן די צאלונגען פאר די אינשורענס פירמעס וועט ברענגען, אז פינף פראצענט אמעריקאנער בירגער וועלן וואוינען אין געגנטער וואו עס וועט נישט זיין קיין איין פריוואטע אינשורענס פירמע צו פארקויפן העלט אינשורענס פלענער. אויב האבן די רעפובליקאנער געקלערט אז שניידן די אבאמאקעיר געלטער פאר די אינשורענס פירמעס וועט כאטש שפארן געלט פאר דער פעדעראלער רעגירונג קאסע, שטעלט זיך אויך דאס ארויס אלס אומאקוראט, וויבאלד די שאצונג פונעם בודזשעט אפיס איז אז די דעפיציט וועט וואקסן מיט 194 ביליאן דאלאר אין לויף פון די קומענדיגע צען יאר בלויז צוליב טראמפ'ס אפשטעלן די צאלונגען פאר די אינשורענס פירמעס.

בילד: פרישע שאצונג איבער אבאמאקעיר געלטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל