ווירדזשיניע – די ווייסע נאציאנאליסטישע באוועגונג אין אמעריקע זאגט אז די ראלי און פראטעסטן שבת אין ווירדזשיניע, איז בלויז געווען דער אנהייב פון א נייע סעריע פראטעסטן און אויפטריטן. די אוניווערסיטעט אוו פלארידע אין מיאמי זאגט אז דער אלט-רייט ראסיסטישער פירער ריטשארד ספענסער האט געבעטן ערלויבעניש דארטן אויפצוטרעטן, און אויך הערט מען אז אנדערע נאציאנאליסטישע גרופעס זוכן פערמיטן צו מארשירן אין ווירדזשיניע נאכאמאל, אריינגערעכנט א מארש וואס ווערט געפלאנט אויף סעפטעמבער 15 פארנט פון א קאנפעדערעיט ארמיי מאנומענט אין ריטשמאנד. מעטיו היימבאך, א פירנדער פיגור צווישן די ווייסע נאציאנאליסטן גרופע וועלכע האט דורכגעפירט די שבת ראלי אין שארלוסטוויל, זאגט אז די נעגאטיווע מידיא דעקונג וואס זיי האבן באקומען אין די לעצטע טעג, טוט נאר פארשטערקערן און פארגרעסערן זייער באזע פון שטיצער און אנטיילנעמער, און ער האט פארשפראכן אז די קומענדיגע ראליס וועלן זיין נאך גרעסער און מער אגרעסיוו.

בילד: נאציאנאליסטן: מיר  הייבן ערשט יעצט אן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל