וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס הויפט סטראטעגיסט אין ווייסן הויז, סטיוו בענאן, איז מעגליך דער קומענדיגער אין דער אדמיניסטראציע צו פארלירן זיין דזשאב, לויט עטליכע באריכטן נעכטן איבער'ן טאג. א "סי בי עס ניוז" באריכט האט געצייגט אז בענאן וועט מעגליך נאך זיין אינדרויסן פון ווייסן הויז בעפאר שבת, און "פאקס ניוז" האט נאכגעברענגט פון ווייסע הויז קוועלער אז בענאן האט שוין נישט קיין איין אליאירטן אין ווייסן הויז און יעדער זוכט אוועקצושטיין פון אים, וויבאלד מען זעט אז טראמפ'ס מיינונג איבער אים איז געווארן נעגאטיוו. דער פרעזידענט זעלבסט איז נעכטן אנגעפרעגט געווארן איבער די באריכטן אז ער גייט ארויסווארפן בענאן, און ער האט קאמענטירט אז בענאן איז ערשט געקומען צו זיין קאמפיין ממש ביים סוף. "איך גלייך אים. ער איז א וואוילער און ער איז נישט קיין ראסיסט", האט טראמפ געזאגט, צולייגנדיג "מיר וועלן זען וואס עס פאסירט מיט מיסטער בענאן".

בילד: טראמפ: מ'וועט זען וועגן סטיוו בענאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל