ניו יארק – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ביי א פרעסע קאנפערענץ אין טראמפ טאוער געזאגט, אז די סיבה פארוואס ער האט מוצאי שבת נישט קלאר פארדאמט ווייסע נאציאנאליסטן פאר די איבערקערענישן אין ווירדזשיניע, איז געווען ווייל ער האט נאך דעמאלט נישט געוואוסט אלע פאקטן. טראמפ זאגט אז ער האט נישט געוואוסט אז דער קו–קלוקס–קלען פיגור, דעיוויד דיוק, איז געווען ביי די פראטעסטן אין ווירדזשיניע, און וועגן דעם האט ער געוואלט ענדערש ווארטן בעפאר'ן ארויסקומען זאגן א שארפן סטעיטמענט. טראמפ האט אויך נאכאמאל געזאגט אז דער פארשוין וואס האט דורכגעפירט די קאר אטאקע איז א קאלטבלוטיגער מערדער, און וואס ער האט געטאן האט נישט קיין שום וועג עס צו פארענטפערן. טראמפ האט אבער געזאגט אז עס איז אמת דאס וואס ער האט געזאגט מוצאי שבת אז "די שולד ליגט אויף ביידע זייטן", צולייגנדיג אז די "אלט-לינק" (א ווערטער-שפיל אויף דעם וואס די נאציאנאליסטישע באוועגונג פאררופט זיך די "אלט-רעכט") זענען פונקט אזוי ווילד געווען ביי די פראטעסטן אין שארלוטסוויל.

בילד: פרעזידענט טראמפ אטאקירט די אלט-לינק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל