דייטשלאנד – אן אנגעטרונקענער אמעריקאנער מאן איז ווילד צעשלאגן געווארן דורך א פארבייגייער נאכדעם וואס ער האט אויפגעהויבן די הענט צו צייגן א נאצי סאלוט עטליכע מאל, זיך דרייענדיג אין דער דאונטאון געגנט פון דרעזדען, דייטשלאנד. דער 41 יעריגער אמעריקאנער האט געליטן מילדע וואונדן אין דעם שלעגעריי אינצידענט, וואס האט פאסירט פארגאנגענעם שבת 8:15 צופרי. לויט די פאליציי איז דער אמעריקאנער געווען שטארק אנגעטרונקען, און האט געהאט א עקסטרעם הויכן בלוט אלקאהאל שטאפל, ווען ער איז באגאנגען די שטיק. ער איז אנגעקלאגט געווארן אין פארלעצן די געזעצן אין דייטשלאנד וואס פארבאט צו צייגן א נאצי סאלוט. דער אינצידענט האט פאסירט עטליכע טעג נאכדעם וואס צוויי כינעזער טוריסטן זענען אנגעקלאגט געווארן פאר'ן זיך לאזן פאטאגראפירן צייגנדיג א נאצי סאלוט פארנט פון דער רייכסטאג געביידע אין בערלין, דייטשלאנד. אויטאריטעטן אין דייטשלאנד האבן ארויסגעשטעלט א פרישע דערמאנונג, אז דאס פאכען מיט די הענט א נאצי סאלוט איז ביי זיי אומלעגאל.

בילד: דרעזדען, דייטשלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל