שווייץ – די באאמטע פונעם "פאראדייס-עראוסע" האטעל אין שווייץ, האבן זיך אנטשולדיגט פאר'ן ארויסלייגן א שילד אז אידן זאלן נוצן דעם שויער בעפאר'ן גיין אין סווימינג פול. די אידישע אייגענטימערין פונעם האטעל, מרת רות טאהמאן, האט געזאגט אז זי האט נישט געמיינט ח"ו צו טשעפען די אידישע געסט, און יעדער ווייסט אז מען נעמט דארטן אויף די אידישע באזוכער מיט'ן גרעסטן כבוד, זייענדיג איינס פון די מערסט-באקאנטע וואקאציע האטעלן פאר היימישע אידן, נאר זי האט געמוזט לייגן דעם שילד צוליב די באקלאגונגען פון אנדערע געסט. טאהמאן האט אנגעוויזן אז ביי אידן איז מען געוואוינט צו שווימען באשיידן מיט א העמד וכדומה, און די שווייצער גוים זענען צו דעם נישט געוואוינט, האבן זיי גע'טענה'ט אז אידן פאלגן נישט אויס די ארטיגע העגיענישע רעגולאציעס וואס פארלאנגען צו נעמען א שויער בעפאר'ן גיין אין סווימינג פול. זי האט געזאגט אז זי וואלט טאקע ליבערשט געדארפט שרייבן דעם שילד אנדערש, צו פארלאנגען אלע געסט אויסצופאלגן די געזעצן, און נישט ארויסשרייבן "אידן".

בילד: שווייצער האטעל אנטשולדיגט זיך איבער אידן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל