קאבול – די טאליבאנער אין אפגאניסטאן האבן פובליצירט א בריוו וועלכע אדרעסירט דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, און אינעם בריוו זאגן די טאליבאנער אז "די מיליטערישע סיטואציע אין אפגאניסטאן איז פיל ערגער ווי דו זעסט איין", און אויב וועט טראמפ באשליסן צו שיקן פרישע טרופן קיין אפגאניסטאן, וועט דאס בלויז שעדיגן אמעריקע'ס אינטערעסן אין לאנד. א הויכראנגיקער טאליבאנער פיגור האט געזאגט פאר "רויטערס" אז זיי האבן געמאכט דעם באשלוס ארויסצוקומען מיט דעם זעלטענעם בריוו פאר'ן אמעריקאנער פרעזידענט, וויבאלד זיי ווייסן פון די נייעס באריכטן אז ער פירט יעצט געשפרעכן איבער'ן צוקונפט פון אפגאניסטאן און וועט באשליסן אין די קומענדיגע וואכן צי מ'זאל צולייגן פרישע טויזנטער טרופן אדער נישט. אינעם בריוו, וועלכע איז געשריבן אויף דער ענגלישער שפראך, שרייבן די טאליבאנער אז "פריערדיגע ביישפילן האבן געצייגט אז דאס שיקן מער אמעריקאנער טרופן קיין אפגאניסטאן, טוט גארנישט אויף ארויסצוהעלפן די אפגאנער רעגירונג, נאר ברענגט בלוט פארגיסונג פון אמעריקאנער זעלנער און פרישע ביליאנען דאלארן אויסגעגעבן".

בילד: טאליבאן סטראשעט איבער מער טרופן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל