טעהראן – דער איראנער פרעזידענט, כאסאן רוכאני, האט ארויסגעגעבן נעכטן א שארפע ווארענונג, זאגנדיג אז איראן וועט פארלאזן דעם נוקלעארן אפמאך וואס זי האט געשלאסן מיט אמעריקע און די איבריגע מערב וועלט, און ביז געציילטע שטונדן שפעטער ווידער אנהייבן פראדוצירן נוקלעארע קראפט, אויב וועט אמעריקע ארויפשטעלן פרישע סאנקציעס קעגן דער איראנער רעגירונג. "אויב אמעריקע וויל צוריקגיין צו דער פארגאנגענהייט, וועט איראן זיך צוריקקערן ביז גאר א קורצע צייט, נישט א וואך אדער א מאנאט, נאר ביז געציילטע שטונדן" – האט רוכאני געסטראשעט. רוכאני'ס שארפע ווערטער קומען צוליב די נייע סאנקציעס וואס פרעזידענט טראמפ האט שוין אונטערגעשריבן און זיי גייען אימפלעמענטירט ווערן אין די קומענדיגע וואכן און מאנאטן, אבער אמעריקע'ס אמבאסאדאר צום יו-ען, ניקי העילי, האט קלארגעשטעלט אז די נייע סאנקציעס האבן נישט קיין שום שייכות מיט'ן נוקלעארן אפמאך, ווייל די סאנקציעס זענען צוליב איראן'ס מיסיל אנטוויקלונג, שטיצע פאר טעראריזם און פארלעצונגען פון מענטשן רעכטן.

בילד: איראן סטראשעט איבער נוקלעארן דיעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל